זייט אינפארמירט.
ס'קומט זיך אייך צו וויסן וואָס טוט זיך. מיר זענען די מערסט אפדעיטעט אין די לב טהור עפאכע.
ווי געפינט זיך אצינד יואל יושע העשיל בלום אין אברהם גרינהויט? וואס איז מיט די וויזיטעישאנס ביי מרדכי שרגא גאלדמאן? וואס איז מיט די אפשערן אין מער - אפדעיט
ליל ששי פרשת נח
עטליכע חדשים צוריק ביי די פאריגע קאורט אויף די 3 יעריג קינד פון מרדכי שרגא גאלדמאן
האט די שופט געזאגט אז די עלטערן דארפן באקומען וויזיטעישאן
און ביידע לויערס זאלן זיך אדורכקומען וויאזוי די וויזיטעישאן זאל פארקומען
אבער אזויווי ביז יעצט האלט די לויער פון יואל יהושע העשיל בלום און איין ארומדרייען און שלעפן די צייט
מיטן ציל אז די עלטערן זאלן נישט קענען באזוכן זייער 3 יעריג קינד
און אויך אזויווי אין די קומענדיגע מיטוואך פרשת לך לך
דארף פארקומען די אפשערן פון די קינד וואס די עלטערן ווילן מיטהאלטן
האט די לויער פון משפחת
מרדכי שרגא גאלדמאן אריינגעגעבען א עמערזשענסי פארלאנג
אז עס זאל פארקומען א קאורט
היינט דאנערשטאג פרשת נח איז פארגעקומען די קאורט אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
אנדערש װי ביי אלע אנדערע קאורטס
האט זיך יואל יהושע העשיל בלום נישט באטייליגט ביי די קאורט
אזויווי ער מיט אברהם גרינהוט געפֿינען זיך די לעצטע וואך אין גוואטאמאלא אויף אנדערע רשעות
ביי די קאורט האט די שופט געפאדערט אז ביז א וואך מוז יואל יהושע העשיל בלום מסכים זיין צו געבן וויזיטעישאן
און אויב נישט וועט אין צוויי וואכן ארום פארקומען א קאנפערענץ
ווי זי גייט ארויסגעבן א ארדער אז ער מוז געבן וויזיטעישאן
בנוגע די אפשערן האט די שופט געזאגט
אז ווילאנג ס'איז נישטא קיין וויזיטעישאן
טאר נישט פארקומען די אפשערן
בשורות טובות
https://kolylt.com/
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · 3:38PM
בלוט פארגיסונג אין בילבול -הושאנא רבה ערב שמ"ע תשפ"ז*
יעצט הושענא רבה נאכמיטאג
האט דער רשע בלום מפרסם געווען אויף זיינע פלאטפארמעס זיינע גרויסע סטרא אחרא'דיגע הצלחות און ווי ער סטראשעט צו ארעסטירן אומשולדיגע לב טהור אינגעלייט.
נאכן ליינען זיינע ווערטער איז פשוט נישט דא קיין ווערטער.
די רשעות וואס גיסט זיך פון יעדע ווארט איז אין לשער ואין לתאר
ס'איז ממש נישט צו משיג זיין וויאזוי א איד מזרע אברהם יצחק ויעקב קען רעדן אזעלכע ווערטער הושענא רבה נאכמיטאג
מען קומט נישט דא פארדאמען זיינע ווערטער,
מען איז פשוט פארגליווערט מיטצולעבן ווי ווייט א איד קען זיך דערקייקלען אז אין די העכסטע צייט פון יאָר הושענא רבה נאכמיטאג קען ער שרייבן אזעלכע ווערטער
כשהם יורדין יורדין עד לעפר...
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4https://kolylt.com/
מיטוואך · י״ב תשרי תשפ״ז · 10:30PM
אין ווייטערדיגע באריכטן
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות
ווי באריכטעט נעכטן איז היינט פארגעקומען א קאורט פאר ר' מנחם מענדל אלטר אין שפאניע ווי מען האט דן געווען צו ער וועט קענען אהיימפארן קיין ארץ ישׂראל זיך פאראייניגן מיט זיין משפחה אדער וועט ער דארפן אויסגעליפערט ווערן קיין מעקסיקא ווי עס ווארט אים א שווערע תפיסה אורטייל רח"ל
היינט ביי די קאורט איז דערווייַל נאכנישט ארויסגעקומען קיין פסק נאר מען ווארט אויף א פסק פון די שופט וואס וועט נאכקומען אין די קומענדיגע טעג
כלל ישראל איז מתפלל פאר מנחם מענדל בן רחל נעמי אז ער זאל שוין אינגאנצן באפרייט ווערן מאפילה לאור גדול
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4https://kolylt.com/
מיטוואך · י״ב תשרי תשפ״ז · 2:15AM
נייע אפדעיט
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות
מארגן מיטוואך גייט פארקומען א קריטישע קאורט פאר ר' מנחם מענדל אלטר אין שפאניע ווי ער איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענע חודש שבט זייענדיג אויפן וועג פון גוואטאמאלא קיין ארץ ישׂראל
צוליב קלאגעס וואס ער האט אין מעקסיקא
און זייט דעמאלסט איז ער געזעצען אין תפיסה אין שפאניע ביז פארגאנגענע חודש סיון ווען ער איז באפרייט געווארן אויף בעיל
ביי די קאורט מארגן מיטוואך וועט מען דן זיין איבער די קריטישע פראגע:
צו וועט ער קענען אהיימפארן קיין ארץ ישראל זיך צוריק פאראייניגען מיט זיין משפחה וואס געפונט זיך שוין דארטן אדער וועט ער ח"ו אויסגעליפערט ווערן קיין מעקסיקא ווי עס ווארט אים לאנגע יארן תפיסה ח"ו
כלל ישראל איז מתפלל פאר מנחם מענדל בן רחל נעמי
אז ער זאל גענצליך באפרייט ווערן מאפילה לאורה
והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים!
בלייבט אפדעיטעט
זייט אויף די ריכטיגע זייט אין היסטאריע
WWW.KOLYLT.COM
וויפיל איז די גבול? ווי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול???
ערב יום כיפור תשפ"ז
קול יוצאי לב טהור וויל מעלדן א מאסיווע קאמפיין וואס מיר הייבן אצינד אן ארויסצוהעלפן די וועלכע געפינען זיך אין קריזיס, אין ווערן ברוטאל געפייניגט דורך די אזוי גערופענע עסקנים וועלכע האבן אונטערגענומען די מיסיע זיי צו צוברעכן פיזיש אין גייסטיש.
זיי דארפן געלט פאר די מינימאלסטע געברויכן ווי עסן, רענט, אין דערנאָך איז דא ריזיגע הוצאות פאר די לויערס אין די לעגאלע קאמף אין געריכט.
טייערע אידישע קינדער!
קול דמי אחינו צועקים אלינו.
מיר קענען זיי נישט לאזן אויפ'ן וואסער.
וואס בעטן זיי דען?
ווי קענען מיר שטיין אין א זייט ווען צובראכענע אין צושאסענע מאמעס ווילן זען זייערע קינדער, טרעפן נאכאמאל.
וואס בעטן זיי???
זייערע אייגענע קינדער, בלוט אין פלייש וואס זענען מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט אוועקגעריסן געווארן פון זיי.
ס'קומט צו גיין די הייליגסטע טאָג פון יאר
וויפיל וויינען אין לעכצן צו האלדז'ן זייער אייגענעם קינד?
וויפיל אידן ליגן על ערש דווי אין ווארטן געהאלפן צו ווערן?
וויפיל ווארטן צו זעען אידיש נחת פון זייערע קינדער?
וויפיל טויזענטער בחורים אין מיידלעך ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט שידוכים???
וויפיל אידישע שטיבער שטייען אין א קריזיס פון ווערן צוטיילט?
וויפיל צער אין עגמת נפש גייען אידן דורך זה בכה וזה בכה.
אין ווארטן אויף ישועות ה'.
ווי קענען מיר גיין אין שרייען מארגן 'שמע קולינו ה' - ווען שוין קרוב צו 2 יאר וואס בלוט אין הייסע זידעלדיגע טרערן גיסן זיך ווי וואַסער.
און רחמנים בני רחמנים האבן זיך נישט צוגעהערט צו די בלוט אין טרערן פון די וועלכע זענען צוטראטן אינטער די בלוט פארגיסענדע שטיוול פון די מחבלים פון סטרא אחרא. אין ווארטן אויף אונזער הילף.
יא!
זיי וויינען צו אונז 'שמע קולינו'.
ווייל א מאמע בלייבט א מאמע אין דארף אירע קינדער.
רופט יעצט אריין קול יוצאי לב טהור 605-313-8165
און דרוקט נומער #9 אויפן מעין מעניו. אין גיבט אייער ברייטהארציגע נדבה.
אין די זכות זאל שוין זיין כרחם אב כל בנים, תרחם ה' עלינו,
אין אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות
ווייל 'כל המרחם על הבריות'
מרחמים עליו מן השמים.
פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום.
ניין!
ביטע גייט נישט צו צום יום הדין בעפארן געבן א נדבה.
דרוקט נומער 9 אויפן מעין מעני"ו
גיבט אייער דאונעישאן ביז'ן זמן.
גמר חתימה טובה
די קוויטל גייט צום אייבערשטער אליינס.
גיבט $180 נעמט א טייל אין שמע קולינו קאמפיין.
לכה"פ $72 והממעיט לא ימעיט פון $36 ולכה"פ $18 כמנין ח"י
וכל המוסיף מוסיפין לו.
גייט ארויס זכאי בדין!
היום תאמצינו.
אין ענטפערט דערמיט הננו! צו זייער שמע קולינו.
עקסטענשאן #9 פון מעיו מעני"ו.
יעדע נדבה מאכט א חילוק.
שפאלט עולמות ערב יום הדין.
קול יוצאי לב טהור
605-313-8165 עקסטענשאן #9 פונעם מעין מעני"ו
https://kolylt.com / org
1-605-615-7133
1-605-313-8165
8677
פרייטאג האזינו · ז׳ תשרי תשפ״ז · 5:09PM
סיסטעם אפדעיט
איר קענט שוין באקומען א נאטיפיקאציע אויף אייער דעווייס ווי נאר א נייע זאך גייט ארויף,
בלייבט אינפארמירט.
דרוקט די ' נאטאפאקאציע אייקאן ' ביים פראנט בלאט צו באקומען נאטיפיקאציעס.
אזוי אויך סובסקרייבט זיך צו אונדזער אימעיל ליסטע צו באקומען אפדעיטס בילדער אין באווייזען עקסלוסיוו דירעקט צו אייער אינבאקס
נייע אפדעיט
מיטוואך פרשת האזינו
היינט צופרי איז פארגעקומען א קאורט אויף די פינף קינדער
פון יעקב נחום וויינגארטן
אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
ווי באריכטעט דא אפאר וואכן צוריק אז די קאורט האט מבטל געווען
די קאסטעדי וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט
אויף די קינדער
נאר אזויווי
יואל יהושע העשיל בלום האט געהאט געמאכט א ארדער אף פראטעקשאן
צווישן די מאמע מיט די קינדער האבן דערווייל די קינדער
נאכנישט געקענט צוריקגיין צו די מאמע
אויף דעם איז היינט פארגעקומען
א קאורט ווי די שופט האט געזאגט אז ער גייט געבן א פסק
וועגן דעם אין די קומענדיגע פאר וואכן
ביי די קאורט
האט אויכעט יואל יהושע העשיל בלום געבעטן
פרישע קאסטעדי אויף די קינדער אויף וואס די שופט
האט ליידער אינטערגעשריבן טעמפערערי קאסטעדי
וואס אויף דעם וועט פארקומען
א טרייעל דאס הייסט א לענגערע קאורט די קומענדיגע ז' טבת
ביי די קאורט האט זיך אויך געפונען לוי יצחק ראזנער פון בארא פארק וואס ער איז די גונב נפשות
פון די צוויי קינדער
פון מאיר יששכר ראזנער
ווי ער איז געקומען
נעמען קאסטעדי אויף די קינדער
אין פאל אויב די קאורט וועט נישט ווילן געבן די קאסטעדי
פאר יואל יהושע העשיל בלום
דער אויבערשטער זאל העלפן
אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן
זאלן זיך שוין קענען בקרוב צוריק פאראייניגען מיט זייערע עלטערן
און ס'זאל שוין זיין
וכל הרשעה כעשן תכלה
1-605-615-7133 / kolylt.com
מיטוואך האזינו · ה׳ תשרי תשפ״ז · 6:22PM
ברעכענד נייעס - מעבירין רויע הגזירה
מיטוואך פרשת האזינו נאכמיטאג
תכלה שנה וקיללותיה תחל שנה וברכותיה
אין די יעצטיגע שעות קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די קאורט האט באשטעטיגט אז די זעקס קינדער
פון יואל וויינגארטן וועלן קענען באקומען וויזיטעישאן פון די מאמע
איינמאל א וואך מיט א סופער ווייזער דאס הייסט אז א רעגירונגס איינגעשטעלטער האלט מיט די באזוך
דאס קומט נאך לענגערע חדשים וואס די א.ג עסקנים יואל יהושע העשיל בלום און אברהם גרינהוט ארבעטן מיט אַלע כּוחות
אפצוהאקן סיי וועלכע
מינדעסטע קשר צווישן די מאמע
מיט די קינדער
איז ברוך השם יעצט געקומען
די בשורה טובה וואס איז ווי א אור בתוך החושך
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע קינדער זאלן זיך שוין קענען בקרוב אינגאנצן צוריק פאראייניגען מיט זייערע עלטערן
Kolylt.com / 605-615-7133
באשטעטיגטע קאמענטס
ה׳ תשרי תשפ״ז · 8:54PMמורא'דיג מורא'דיג
מיטוואך האזינו · ה׳ תשרי תשפ״ז · 6:14PM
אין ווייטערדיגע נייעס
דינסטאג פרשת האזינו
היינט איז פארגעקומען א קאורט אויף די 6 קינדער
פון יואל וויינגארטן
אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
אויף די פרישע טעמפערערי קאסטעדי וואס יואל יצחק בלום פון מאנסי האט געמאכט
צוויי וואכן צוריק
ביי די קאורט האט זיך באטייליגט יואל יצחק בלום
מיט יואל יהושע העשיל בלום
ביי די קאורט איז באשטימט געווארן אז עס וועט פארקומען א טרייעל= דאס הייסט א לענגערע קאורט אויף קומענדיגע כ' כסליו
אין אנדערע נייעס
איז געפלאנט צו פארקומען
מארגן א קאורט אויף די 5 קינדער פון יעקב נחום וויינגארטן
בנוגע די ארדער אף פראטעקשאן וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט צווישן די מאמע מיט די קינדער
וואס דאס האלט אפ אז מען זאל צוריקגעבן די קינדער צוליב וואס די קאסטעדי איז שוין בטל געווארן
א שטיק צייט צוריק
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן זאלן זיך שוין קענען בקרוב צוריק פאראייניגען מיט די עלטערן
בשורות טובות
kolylt.com 1-605-615-7133
פארוואס?
אָבער פארוואס איז נאך דא מענטשן וואס גלייבן זיי נאך???..
איז די עולם בהמות?...
מ'דארף נישט זיין צו קלוג צו באמערקן אז די בילד ווי די בחור שמייכלט וואס דער באקאנטער שקרן יצחק טייכמאן וואס רופט זיך "על פי תורה" האט ארויפגעלייגט אויף די אידיטש פלאטפארמע איז געמאכט מיט עי איי...
ס'איז ליידער א ביטער געלעכטער ווי די רשעים שפילן זיך ארום מיט נפשות און נעמען די עולם אויף א רייד
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4
ליל ששי פרשת נצבים וילך
פארגאנגענע וואך מיטוואך פרשת כי תבוא
איז ארויסגעקומען א פסק פון די שופט בנוגע די קאסטעדי וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט
אויף די 6 קינדער פון יואל וויינגארטן
אז די קעיס ווערט דיסמיסט
און גענצליך ארויסגעווארפן
צוליב וואס די שופט האט אנגענומען די טענה
פון די לויער פון די משפּחה
אז די גאנצע קאסטעדי איז געמאכט געווארן אומלעגאל
צוליב וואס די קינדער זענען נאך בכלל נישט געווען אין אמעריקא
בשעת'ן מאַכן די קאסטעדי
אבער למעשה
ווען מען איז געגאנגען צו די פאליציי
אז זיי זאלן צוריקברענגען די קינדער האבן די פאליציי געזאגט
אז וויבאלד ס'איז נישט דא קיין עקסטערע ארדער
אז מען מוז צוריקגעבן די קינדער
און ס'איז נאר דא א פסק אז די קאסטעדי איז בטל
קענען זיי זיך נישט אריינמישן
אבער ליידער צוויי טעג שפּעטער
איז דער גונב נפשות יואל יהושע העשיל בלום געגאנגען אין קאורט
מאכן פרישע קאסטעדי אויף די קינדער און ליידער האט די שופט אינטערגעשריבן
טעמפערערי קאסטעדי אויף וואס עס וועט פארקומען קאורטס
אין די קומענדיגע תקופה
אין אנדערע נייעס
איז די וואך דינסטאג נאכמיטאג פארגעקומען די אפשערן פון די 3 יעריגע קינד
פון ר' חיים יעקב ראזנער
ליידער אן די באטייליגונג פון די עלטערן
נאכדעם וואס ביי די קאורט פון
ר' חיים יעקב לעצטע וואך פרייטאג האט ער געגעבן רשות אז מען קען מאכן די אפשערן אן די עלטערן
נאך וואס ער האט געזען אז עס שלעפט זיך שוין א לאנגע צייט
און נישט ווילענדיג לאזן ווארטן די אפשערן ביז די קומענדיגע קאורט
דער אויבערשטער זאל העלפן
אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן זאלן זיך שוין קענען
בקרוב צוריק פאראייניגען מיט די עלטערן
בשורות טובות
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT
באשטעטיגטע קאמענטס
ה׳ תשרי תשפ״ז · 8:54PMמורא'דיג מורא'דיג